י"ט כסלו פארברענג אין שטוב פון הר"ר יחזקאל סאטמעט שליט"א
כ כסלו תשע"ט 📝
נעכטן איז מען זיך צוזאם געקומען אין שטוב פון הר"ר יחזקאל סאמעט שליט"א מלמד מומחה, לרגל דעם גרויסן טאג י"ט כסלו און לרגל וואס מ'האט זוכה געווען צו מסיים זיין מסכת מנחות, ביים שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר יעדן אינדערפרי פאר די יונגעלייט.
מען האט זיך געוואשן צו א שיינע סעודה, און געזונגען ווארימע ניגונים לרגל דעם סיום און לרגל דעם גרויסן טאג י"ט כסלו.
דערנאך האט דער ראש ישיבה געזאגט טרעפליכע ווערטער. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז דאס האט ער מקבל געווען פון מוהרא"ש אז מ'קען נישט זיין א ברסלבע חסיד אן לערנען כאטש איין בלאט א טאג. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מ'קען נישט מצליח זיין מיטן לערנען א בלאט א טאג נאר מיטן דרך הלימוד. ווייל אויב א מענטש מוז אייביג אלעס פארשטיין ווי איז מעגליך צו לערנען "יעדן" טאג? עס איז לא ימלט אז עס מאכט זיך טעג וואס די קאפ איז נישטא, אדער די צייט איז נישטא, עס זענען דא משפחה טרידות, שמחות, ימים טובים, סתם שווערע טעג. א מענטש איז נישט א מאשין. א איד דארף אפמאכן ביי זיך, יעבור עלי מה, איך וועל אפזאגן דעם בלאט גמרא יעדן טאג, אז דער באשעפער וועט העלפן וועל איך עס אויך פארשטיין.
דער ראש ישיבה האט ארויסגעברעגט די געוואלדיגע תועלת פון עפענען די גמרא אינדערהיים, וואס פארא גוטע השפעה עס האט אויף די שלום בית און אויף די חינוך. א ווייב באקומט א רעספעקט פארן מאן אויב ער לערנט, די קינדער וואקסן אויף מיט דעם אז דער טאטע עפענט א אידיש ספר.
טוב לי תורך פיך מאלפי זהב וכסף
דרשה פונעם ראש ישיבה